אגרת ה'תרמה
ט"ז מנ"א, תשי"ז · ברוקלין.
... אלס א טייל פון דעם תיקון וואס איר האט געדארפט אנהויבען טאן אין דעם און וואס פריער, איז דאס, צו טאן מיט דער פולער איבערגעבענהייט אויף דעם געביט פון חינוך על טהרת הקדש פון אידישע קינדער, אינגלעך און מיידלעך ביז מסירות נפש אין דעם, און יעדער וואכען טאג פארן דאוונען אין דער פרי' צו געבען אויף צדקה פאר א מוסד וועלכער איז פארבונדען מיט אזא ארט חינוך און יעדער טאג נאכן דאוונען אין דער פרי', אויך שבת און יום טוב, זאגען דעם שיעור תהלים חדשי - ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש - און טאן אלץ וואס עס ווענדעט זיך אן אייך, צו נעהענטער מאכען די הערצער פון אידישע קינדער צו אונזער פאטער אין הימעל.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק טו
- מזהה
- rh-xf48m0v3
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit