English
ספרייה

אגרת ה'תרמו

ט"ז מנ"א, תשי"ז · ברוקלין.

ב"ה, ט"ז מנ"א, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון יום ד', האפענטליך האט איר די קאפיעס פון אייערע פריערדיקע בריף, און פארגלייכענדיק זיי מיט דעם בריף און זיין אינהאלט, בין איך זיכער אז אויך איר וועט מסכים זיין צו דעם וואס איך האב אייך געשריבען אייניגע מאל, אז מען קען פיל אויפטאן, און אפילו איינער, און אפילו ווען עס זעהט אויס אז קיינער העלפט ניט חאטש ער קען העלפען. איך וויל ניט מאריך זיין אין דעם, כדי מען זאל ניט זאגען אז איך בין פון דעם סוג וועלכע טענה'ן: אהא, איך האב דאס נעכטען געזאגט, און דערמאן דאס נאר, בכדי ארויסרופען בא אייך מער חשק בנוגע אויף ווייטער אין דער ארבעט צו פארשטארקען אמת'ע אידישקייט אין יעדער ארט וואו עס איז נאר מעגליך, און ניט איינקוקען זיך וויפיל מענשן גייען מיט (אויב פון דעם איינקוקען זיך איז פראן אין דעם א חשש אז דאס קען פילייכט אפשוואכען די ענערגיע אין דעם טאן), און השם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין בהצלחה, און אין א אופן ווי עס הויבט זיך אן פון חמשה עשר באב, כל המוסיף מוסיפין לו.

בייגעלייגט איז דא א קורצע פארצייכנונג פון דער התועדות, וואס זיכער וועט אייך אינטערעסירען דער אינהאלט פון דעם, און וועט אפשר קענען אויך אויסניצען דאס אין אייער ארבעט לטובת הרבים.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-p86avf9j

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit5646