English
ספרייה

אגרת תקעא

כ' אדר, תש"י · הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מהור"א הכהן שי'

ב"ה, כ' אדר, תש"י

הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מהור"א הכהן שי'

שלום וברכה!

בייליגענד די רשימה וואס איר האט מיר געשיקט (מיט אן איבעריקע קאפיע אין פאל ווען איר קענט זי ניצן), און איך דאנק אייך נאכאמאל.

זיכער ווייסט איר, אז ברכת כהנים איז פארבונדן מיט פתרון חלומות לטובה, וואס דערפאר זאגט מען דעם רבונו של עולם כו' בא ברכת כהנים, עאכו"כ א חלום וואס א כהן אליין חלום'ט.

בא דער געלגענהייט, וויל איך אייך דערמאנען אן איבעריקן מאל וועגן דער גרויסער נויטווענדיקייט, און דריגענדקייט צו באוועגן אונזערע פריינד בכלל, און ידידנו מר סטולמאן שי' בפרט, צו טאן א ממש'דיקע זאך פאר דעם "מרכז לעניני חינוך", וואס די לאגע ווערט פון טאג צו טאג קריטישער, און דאך מוז מען אנגיין מיט דער ארבעט אין איר פולן פארנעם, וואס דאס איז דער רצון און חפץ פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, ווי עס איז אייך פערזענליך גוט באקאנט.

איך וויל אייך בא דער געלעגנהייט מבשר זיין א בשורה טובה, אז לויט די אנווייזונגען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ פאר זיין הסתלקות, האבן מיר בעזר השי"ת יעצט אנגעהויבן מיט א וויכטיקע חינוך טעטיקייט אין מארסיי, פראנקרייך, וואו עס געפינען זיך גרויסע קינדער לאגערן פון דער יוגנט אימיגראציע פון צפון אפריקא קיין ארץ ישראל. די ארבעט נעמט ארום פארשידענע אקטיוויטעטן צו פארשטארקן אידישקייט און חינוך הכשר און באזארגן זיי מיט פארשידענע הצטרכות'ן ווי תפילין, ציצית, ספרי לימוד וכו'. אין דער נאענטער צוקונפט האפן מיר אויסצושפרייטן די ארבעט דירעקט אין די נארד אפריקאנישע לענדער, פון וואנעט די קינדער קומען יעצט אין די לאגערן.

במילא קענט איר זיין זיכער, אז דאס וואס איר האט געזאגט דעם רבי'ן הכ"מ "זינט איר זייט אוועק האט מען שוין עפעס אויפגעטאן" איז טאקע דער אמת.

יעצט ערווארט איך צו הערן פון אייך גוטע נייעס בהקדם.

מיט גרוס ובברכת כט"ס לכב"ב יחיו, און מיט דער זיכערקייט אז איר האט ניט קיין פאראיבעל אף מיר

הרב מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ג
מזהה
rh-gzxak5kd

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit571