RebbeHub
עב · EN
ספרייה

ב"ה, ו' אדר, תש"ט

כבוד הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מוה"ר אלחנן שי'

הכהן

שלום וברכה!

אפשאצנדיק אייערע ערענסטע אינטערעסירונג און דויערנדע הילף און מיטארבעט לטובת דעם "מרכז לעניני חינוך", און בפרט אין דער לעצטער קריטישער צייט, גיט עס מיר גרויס פארגעניגען צו שיקן אייך א מתנה אין נאמען פון "מרכז לעניני חינוך" - די בייגעלייגטע בילד פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, אלס אויסדרוק פון אונזער טיפער אנערקענונג און דאנקבארקייט צו אייך, ליבער פריינד.

זיכער איז אייך באקאנט דער מאמר רז"ל (סוטה לו, ב) אז דאס זען פאר זיך דעם געשטאלט פון א אדם קדוש גיט צו כוח צו גיין בדרך התורה והמצוות. ווינש איך אייך אז דמות דיוקנו פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א זאל אייך צוגעבן פרישע כוחות צו טאן פיל גוטעס בכלל, און בפרט אין דער געמיינזאמער ארבעט פון דער פארצווייגטער טעטיגקייט פון "מרכז לעניני חנוך", אין וועלכער כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, איר און איך זיינען הארציג פאראינטערעסירט, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו זען פיל נחת פון דער דאזיגער הייליגער ארבעט.

מיט הערצליכע גרוסן און בעסטע וואונשן צו אייך און אייערע

יושב ראש ועד הפועל

הרב מנחם שניאורסאהן

מהעתק המזכירות

כבוד... הכהן: נקרא גם אלכסנדר (קאווען). אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ב קפט, ובהנסמן בהערות שם. לקמן תקעא.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר