English
ספרייה

אגרת תשמג

י"ז אלול, ה'שי"ת · הוו"ח אי"א וכו' מר... שי'

ב"ה, י"ז אלול, ה'שי"ת

הוו"ח אי"א וכו' מר... שי'

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריוו און פדיון וועגן ברכה והצלחה פאר אייך און אייער פרוי תחי' און אייערע צוויי זין שיחיו, און בלי-נדר, זייענדיק אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ וועל איך אייך אלעמען דערמאנען מיט א בקשה לכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

זיכער האט איר געהערט דעם ווארט וואס דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט געזאגט, אז א ברכה איז ווי רעגן, וואס פריער דארף מען אליין פארזייען און דערנאך, ווערט דורך דער ברכה פון איין קערנדל וואס מ'האט פארזייט, א סאך א סאך מאל מער.

אזוי איז אויך ווען מען טוט, פון דער אייגענער זייט, אן ענין פון תורה און מצוות בכלל, און צדקה בפרט, איז כאטש א מענטש טוט נאך זיינע כוחות נאך, וועלכע זיינען באגרענעצט, ווערט ער געבענטשט, אז דער אויבערשטער גיט לויט זיינע אומבאגרענעצטע כוחות געזונט, פרנסה והצלחה אייך און אייער פרוי און קינדער שיחיו.

איך בין זיכער, אז איר וועט זוכן, און אויך געפינען, וועגן ווי צו טאן סיי מיט זיך און סיי מיט אנדערע אין ענינים פון צדקה, תורה און מצוות, און דאס וועט זיין א גוטע כלי אף אלץ וואס איר און אייער פאמיליע דארפן האבן.

אויך וויל איך אייך בעטן איבערגעבן אייער אנקל... שי', אז לויט אייער בקשה וועל איך עם אויך דערמאנען אפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ און בעטן ער זאל געבענטשט ווערן מיט א רפואה בקרוב און כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

בייגעלעגט איז די קבלה פאר אייער נדבה צו לשכת חשאין פון מחנה ישראל, וואס פון דעם פאנד ווערן געהאלפן פערזאנען און אינסטיטוציעס וואס צוליב באשטימטע טעמים דארפן זיי געהאלפן ווערן אן פירסום, און צדקה בסוד איז דאך איינע פון די העכסטע אופנים פון צדקה.

בברכת כתיבה וחתימה טובה

מנחם שניאורסאהן

מהעתק המזכירות.

ווארט... געזאגט: ראה אג"ק שלו ח"ד אגרת תתקלב, ובהנסמן בהערות שם. צדקה בסוד: ראה אג"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע ח"א אגרות לז (בסופה). מ (בסופה). מח (בסופה).

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ג
מזהה
rh-8ta8snct

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit743