English
ספרייה

אגרת תרכא*

י"ג סיון, ה'תש"י · הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מר... שי'

ב"ה, י"ג סיון, ה'תש"י

הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מר... שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען זייער צופרידען צו הערן, איז אייך גייט עס בעסער אין אלע הינזיכטען, אז איר הייבט אן דעם געשעפט בשעה טובה ומוצלחת, און אז אייער שוועסטער מרת... תי' פארט צו אייך און וועט פארבריינגען מיט אייך א באשטימטע צייט.

באם געזעגענען זיך, האב איך איר געבעטן אייך איבערגעבן פערזענליך א גערוס, איך וויל אבער אויך איבערחזרן שריפטליך, דאס וואס מיר האבן מיט אייך גערעט ווען איר זיינט דא געווען.

אז איר דארפט גאר ניט איבערטראכטן און זיין אומרוהיג, ווארום איר האט באקומען די ברכה און פארזיכערונג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, און זיכער געדיינקט איר אויך די ווערטער וואס ער האט געזאגט פערזענליך אייך אין דעם עת רצון ושמחה - שמחת תורה. און אז א צדיק זאגט וועט ער בלי ספק, ניט זאגן א זאך וואס איז ניט אמת, חס ושלום. און ווי אין זוהר שטייט איז צדיקיא דאתפטר אשתכח בכולהו עלמין יתיר מבחיוהי - א צדיק נאך זיין פטירה געפינט זיך אין אלע וועלטן נאך מער ווי פאר זיין (פיזישן) לעבן, ערקלערט דער אלטער רבי, אז דאס מיינט מען אז דער צדיק ווירקט און פועלט אויך אין אונזער וועלט נאך מער ווי פריער.

איך האף צו הערן פון אייך און וועגן אייך נאך א סך גוטע ידיעות סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און פארענדיג בכבוד וברכה ופרישת שלום אייער שוועסטער תי' און אויך דעם פלימעניק שי' אונבאקאנטערהייט

הרב מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ג
מזהה
rh-sr8fma2z

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit621a