English
ספרייה

אגרת א'שנב

י"ז טבת, תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה, י"ז טבת, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטן דיין פ"נ פאר דיין מוטער... תחי'.

מען דארף זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך אז ער וועט העלפן אז איר געזונט זאל בעסער ווערן און מען דארף זעהען אז זי זאל זיין אונטער דער אויפזיכט פון דאקטורים וואס אויב זי איז אין א האספיטאל איז דאס זיכער אזוי. און פון צייט צו צייט דארפמען פרעגען וואס טוט זיך מיט איר וואס אט דער פרעגן אליין ווירקט אויף די האספיטאל מענשען זעהענדיג אז מען אינטערעסירט זיך וועגען איר צו פארבעסערען זייער באציאונג צו איר.

און אלעס א זון דארפסטו זיין אפגעהיט אין די דריי שיעורים וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט מתקן געווען וואס דאס איז אין חומש תהלים און תניא און אויך זאגן אלע טאג פינף קאפיטלעך תהלים על הסדר ספעציעל פאר דעם געזונט פון דיין מוטער תחי' און השם יתברך זאל העלפן אז דו זאלסט קענען אנזאגען בקרוב אז דער געזונט פון דיין מוטער איז בעסער און גייט וואס ווייטער בעסער און בעסער.

בברכה לתלמוד תורה ביראת שמים.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ה
מזהה
rh-zyfxhjms

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit1352