English
ספרייה

אגרת א'רעט

ז' כסלו, תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה, ז' כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

... ווען איך וועל זיין אויפן ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך לייענען דעם פדיון נפש פאר אייך און איך האף אז ער - מיין שווער - וועט מעורר רחמים רבים זיין אז אייער געזונט זאל אנהויבען בעסער ווערען און זאל גיין וואס אמאל בעסער און בעסער.

זיכער ווייסט איר, אז צו באקומען א ברכה פון השם יתברך דארפמען האבען כלים, און דעריבער וויל איך אייך פארשלאגען, אז איר זאלט זיין אפגעהיט ספעציעל אין לייגען תפילין אלע טאג (אויסער שבת און יום טוב) וואס די תפילין של יד, וועלכע מען לייגט קעגען דער הארץ, בריינגט געזונט צו הארץ, און די תפילין של ראש, וועלכע מען לייגט קעגען דעם מוח, וואס דער מוח פירט אן מיטן גאנצען קערפער דורך די נערווען, בריינגט דאס געזונט צום גאנצען קערפער, און אויך צו זאגען אלע טאג א פאר קאפיטלעך תהלים, און געבען אלע טאג א געוויסען סכום אויף צדקה, בלי נדר ביז דעם קומענדען פסח הבע"ל, זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז גוט צו געבען צדקה אויך שפעטער, אבער לכל הפחות ביז פסח זאל[ט] איר היטן צו טאן דאס, און איך האף צו הערען פון אייך א בשורה טובה, אז אייער געזונט בעסערט זיך, און אז די דאקטוירים זיינען צופרידען פון אייער געזונט צושטאנד.

בברכת רפואה קרובה.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ה
מזהה
rh-1aevtzwj

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit1279