אגרת א'רעח
ו' כסלו, תשי"ב · ברוקלין, נ.י.
... איך בין געווען צופרידן צו לייענען אין אייער בריוו, אז ווען מען האט אנגאזשירט א ניט-פאסנדן חזן אין אייער קהלה, האט איר דערפאר געדאוונט בא זיך אינדערהיים. דאס איז אלעמאל די ריכטיקע שיטה, ווייל ווען דער שליח ציבור איז ניט ווי עס דארף צו זיין, איז ניט נאר וואס ער פארריכט ניט, נאר ער ברענגט נאך שאדן, און במילא איז דאן בעסער צו דאוונען פאר זיך.
זיכער וועט איר זען דורכצופירן בפועל, אז די סובסידיע וואס מ'האט באשטימט פאר אונזער חינוך ארבעט במרוקו זאל איבערגעגעבן ווערן צו אונז, איבערשיקנדיק עס אהערצו, און אויב דאס איז בשום אופן ניט מעגליך, דאן זאל עס איבערגעשיקט ווערן צו אונזער ביורא אין פאריזש, ווייל איצט קען מען מיט יעדער פרוטה זייער פיל אויפטאן אויף דעם געביט פון חינוך הכשר.
בא דער געלעגנהייט לעג איך ביי די חוברת פון י"ט כסלו, וואס איך האף אז איר וועט זיכער גוט אויסניצן, סיי פאר זיך, סיי פאר אנדערע.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ה
- מזהה
- rh-d7qh3rak
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit