אגרת א'תה
ד' שבט ה'תשי"ב · ברוקלין, נ.י.
נעכטן האט מיר הרב חדקוב שי' איבערגעגעבן וועגן אייער טעלעפאנישן געשפרעך, און ערשט איז אנגעקומען אייער ספעשל דעליווערי בריוו מיט די צייטונגס אויסשניטן.
אין צוזאמענהאנג דערמיט וואס איר טראכט איבער און עס וויזט זיך אייך אויס, אז א צווייטער סוחר קען אייך מאכן ענגער אין באשטעלונגען און פארקלענערן אייער פרנסה חלילה, און פרעגט מיין מיינונג, איז, לויט אייער בקשה, וועל איך, זייענדיק אויף ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, נאך א מאל דערמאנען אייך.
בכל אופן, ווי אלע אידן, וועלכע זיינען מאמינים בני מאמינים, דארפט איר זיין זיכער, אז מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה ועד יום הכיפורים, און די הכנסה וואס דער אויבערשטער האט פאר אייך באשטימט, וואס איך בין זיכער אז עס איז בהרחבה, וועט קיינער ח"ו ניט קאנען פארקלענערן און אודאי נישט צונעמען.
מ'דארף נאר זיין שטארק אין בטחון אין דעם אויבערשטן, און דאס דארף זיין בשמחה, ווי עס שטייט אין זוהר פ' תצוה (קפ"ד, ב), אז אונזער וועלט די אונטערשטע, איז מקבל אלע השפעות פון אויבן, און אויב דא אונטן איז מיט א פרייליכקייט און ליכטיקייט, איז גייט מען אזוי אויך ליכטיק און פריילעך פון אויבן, און עס שטייט עבדו את ה' בשמחה, במילא, אז א איד איז פרייליך, איז די פרייליכקייט אונטן ממשיך אויף אים אויך א פרייליכקייט פון אויבן.
בפרט אין אייער פאל, וואס איר האט דעם זכות פון מזכה זיין את הרבים דורך ערמעגליכן דאס אפדרוקן פון א ספר פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועט דאס זיכער ביישטיין איר זאלט האבן פרנסה בהרחבה און, וואס איז נאך וויכטיקער, איר זאלט עס פארנוצן בהצלחה אויף געזונטע זאכן און אויף ענינים פון תורה ומצות ביד רחבה.
איך האף צו הערן פון אייך גוטע בשורות.
אין צוזאמענהאנג מיט דעם יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר לייג איך דא ביי מיינע הצעות בנוגע מנהגים בזה.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ה
- מזהה
- rh-enjf7wwt
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit