English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ט'תרד

ב"ה, ד' כסלו, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

מתפללי בית הכנסת "עטרת צבי", אַטלאַנטיק סיטי

ה' עליהם יחיו

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען, זיינערצייט, די ידיעה וועגן דער אַלגעמיינער פאַרזאַמלונג פון די חברים און מתפללים שליט"א און די החלטה ווייטער אויפצוהאַלטן – און זיכער אויך פאַרשטאַרקן – די שול; און וועגן דער דערוויילונג פון אַ נייער הנהלה אונטער דער אָנפירערשאַפט פון הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור מו"ה לוי יצחק שי' אייזנער צוזאַמען מיט די אַנדערע מיטגלידער פון דער עקזעקוטיווע.

זיכער איז איבעריק צו אונטערשטרייכן, אַז דאָס איז די ריכטיגע החלטה און גוטע החלטה. וואָרום עס איז דאָך שטענדיג די פליכט צו שטאַרקן און אויסברייטערן אַ כשר'ע שול, בפרט אין אונזער צייט.

עס איז דעריבער צו האָפן, אַז די הנהלה און די מתפללים שי' וועלן זיך ניט באַגנוגנען מיט אויפהאַלטן די שול, נאָר וועלן אָנווענדן אַלע באַמיאונגען אויסצוברייטערן די שול, סיי בכמות – פאַרגרעסערן די צאָל מיטגלידער און מתפללים, און סיי באיכות – דורך פּאַסנדע שיעורי-לימוד ברבים וכו'. און דער זכות הרבים וועט זיכער ביישטיין.

השם יתברך זאָל העלפן אַז די שול זאָל זיך אַנטוויקלען און אויפבליען בגשמיות וברוחניות גם יחד, און עס זאָל באַרעכטיגן דעם נאָמען "קהילה קדישא", און זאָל זיין אַ צנור ממשיך צו זיין ברכת ה' צו יעדן איינעם פון די בויער, שטיצער און מתפללים, מיט זייערע בני בית שיחיו.

בכבוד ובברכת הצלחה.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-2gqrhwnk

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit9604