English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ג'שצג

ב"ה, ח' ניסן, ה'תשט"ו

ברוקלין, נ.י.

לכבוד הפר[ע]זידנט הגבאים ומתפללי ביתה

כנסת

נוסח אר"י אלבאני פארק

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דורך הרה"ג והרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר שלמה זלמן שי' העכט איז ערהאלטען געווארען אייער ביישטייער פאר מעות-חטים וואס ווערט פארטיילט בארצנו הקדושה, תבנה ותכונן על ידי שיח צדקנו.

איינע פון די הוראות פון דעם יום-טוב פסח, זמן חירותנו, איז -

אז מאטעריעלע פרייהייט, פרייהייט פון פיזישע שקלאפעריי און נויט, איז פאר זיך אליין נאך ניט דער אמת'ער צוועק. עס דארף דינען צו דערמעגליכען און פירען צו גייסטיקער באפרייאונג, די באפרייאונג פון דער נשמה,

וואס דאס איז געווען אויך דער ציל פון יציאת מצרים - בהוציאך את העם מצרים תעבדון את הא' על ההר הזה - מתן תורה.

אזוי איז עס מיטן כלל און אזוי איז עס מיטן פרט. וואס דערפא איז דער מנהג ישראל - וואס תורה הוא - אז א איד הייבט אן זיין זמן חירותנו מיט טאן א מצוה, און א מצוה וואס איז שקול כנגד כל המצות - צדקה - ער גיט פאר סח - מעות חטים און פאר דער סדר זאגט ער: כל דכפין ייתי וייכול.

אין דעם פולן זין פון זמן חירותנו, שיק איך מיין ברכה צו געניסען חירות אמתית, חירות פון דאגות בגשם און פון דאגות ברוח, פון יעדע זאך וואס שטערט צו עבודת השם בשמחה ובטוב לבב.

און ממשיך זיין די שמחה און חירות על כל השנה כולה.

בברכת חג הפסח כשר ושמח.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-fdf4yvwv

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit3393