English
ספרייה

אגרת ג'תשצ

כ"א אלול, תשט"ו · ברוקלין.

ב"ה, כ"א אלול, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

...דאס וואס איר שרייבט אויף זיך אז איר זייט א מתנגד. - וועט איר אויף מיר ניט פאראיבל האבען, אויב איך וועל אייך ניט גלויבען, און ווי עס איז באוואוסט דער ווארט פון רבנו הזקן בעל התניא והשולחן ערוך, אז א איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אפגעריסען פון געטליכקייט. און אזוי ווי איצטער אנערקענען אלע אז חסידות און אירע אנווייזונגען זיינען פארבונדען מיט הקדוש ברוך הוא און אז דורך דעם פארבינדט זיך נאך מער מיט געטליכקייט קען דאך ניט זיין אז א איד זאל זיין א געגנער (מתנגד) צו דעם, עס קען נאר זיין א אונטערשייד אין דער מאס פון נאהענטקייט און צוגעבונדקייט, און אזוי ווי אין אנדערע ענינים פון תורה, איז ניט יעדער מענש און אפילו לומדים קענען זיך דערגרונטעווען צו איר ענד, וועלכער איז טיפער פון מענשליכען פארשטאנד, עס זיינען פראן אזעלכע וואס ווייסין א געוויסע טייל מער און פראן וואס ווייסין נאר מער, און אזוי איז אויך בנוגע צו חסידות, און השי"ת זאל העלפען יעדערען בתוך כלל ישראל אז דער נייער יאר זאל זיין מער ווי דער פריערדיקע יאר אין זיין מער געבילדעט און מער פארשטיין און דאס זאל זיין געזונטערהייט און פרייליכערהייט.

בברכת כתיבה וחתימה טובה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-g60kpk2p

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit3790