RebbeHub
עב · EN
ספרייה

אגרות קודש, חלק ד

אגרת תתקסד

ב"ה, כ"ז אד"ש, תשי"א ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין צופרידן צו הערן - פון אייער בריוו - אז בא אייך איז ב"ה אלץ כשורה, וועגן אייער קביעות עתים לתורה, און אז אייער טאכטער... תי' לערנט זיך גוט.

וועגן דעם לערנען גמרא, וואס איר האט אויפגעגעבן די קביעות, ווייל עס איז שווער צו פארטיפן אין דעם:

דיינק איך אז איר דארפט באנייען די קביעות אין לערנען גמרא, און די זארג פון פארדרוס וואס עס קומט אן שווער דער לערנען און פארשטיין, און פונדעסטוועגן לערנט מען ווייטער, ווייל דאס איז חכמתו ורצונו של הקב"ה, נעמט אראפ פון אנדערע דאגות און פארדרוס פון פרנסה און געזונט.

מארגען אי"ה וועל איך זיין אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר און וועל אייך אלעמען מזכיר זיין לברכה ולהצלחה אין אלעס וואס איר אלע באדארפט.

איך האף אז איר וועט מיר אויך ווייטער אנזאגען גוטע בשורות און פארענדיק בברכת טוב גו"ר.

בייגעלייגט איז דער קונטרס פון ב' ניסן.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר