אגרת תתקצא
כ"ז ניסן, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י · חטים פאל ריווער, מאסס. ה' עליהם יחיו.
ב"ה, כ"ז ניסן, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.
כבוד העסקנים והמנדבים למפעל מעות
חטים פאל ריווער, מאסס. ה' עליהם יחיו.
דורך הרה"ח וו"ח אי"א נו"מ איש רב פעלים וכו' מהור"ר משולם זלמן שי' הכהן שאכטער איז ערהאלטן געווארן פאר פסח אייער השתתפות במעות חטים און בייגעלעגט איז די קבלה.
איך בעט איבערגעבן א יישר כח און ברכה צו די מנדבים און מתעסקים ובני ביתם שיחיו.
מעות חטים איז פארבונדן מיט דעם אויסרוף פון כל דכפין ייתי וייכול כל דצריך ייתי ויפסח וואס איז די התחלה פון דער פייערונג פון פסח. דאס הייסט, אז איידער מיר הייבן אליין אן דעם סדר, זאגן מיר, אז אלע וועלכע נויטיקן זיך וועט מען זיי געבן אלץ וואס זיי דארפן. דערנאך גייען מיר צום סדר. דאס גיט אונז דעם זכות צו האבן אן אמת'ן זמן חירותנו, און דאס איז איינער פון די ענינים וואס מ'טוט אויף מיט צדקה בכלל און מעות חטים בפרט, וואס א סך מער ווי מ'טוט אויף פאר יענעם מיט דער צדקה אדער מעות חטים, טוט מען אויף א סך מער פאר זיך אליין, ווארום דורך דרויף איז מען זוכה אז מ'ווערט באפרייט פון דאגות גשמיות ורוחניות און מ'האט דעם אמתן זמן חירותנו יעדערער בפרט, און - במהרה בימינו - וועלן מיר זוכה זיין צום זמן חירותנו הכללי, השי"ת זאל אונז אלעמען ארויסנעמען פון גלות דורך משיח צדקנו, וואס וועט אונז ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ד
- מזהה
- rh-pemtn7j5
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit