English
ספרייה

אגרת א'כד

כ"ה אייר, תשי"א ברוקלין

ב"ה, כ"ה אייר, תשי"א ברוקלין

שלום וברכה!

נאך דעם ווי מיר האבן זיך געטראפן אין בית המדרש, האב איך ניט געהאט די מעגליכקייט צו זעהען אייך נאך אמאל, שרייב איך אייך יעצט און שיק אייך מיין ברכה פאר אייך אייער טאכטער און איידים יחיו, אז איר זאלט האבן נחת פון אייער אייניקל און זייער זון... שי' און זאלט אים מגדל זיין לתורה לחופה ולמעשים טובים.

און שטייענדיג יעצט פאר דעם יום טוב שבועות, זמן מתן תורתנו, ווערט געבראכט אין מדרש אז השי"ת האט געבעטן ערבות, און נאר נאכדעם ווי אידן האבן געגעבן ערבות: זייערע קינדער וועלן מקיים זיין די תורה, האט דענסטמאל השי"ת מסכים געווען צו געבן אידן די תורה הקדושה.

און דאס דארף זיין א מוסר השכל פאר אונז אלעמען, אז יעדערער וועלכער וויל מקבל זיין די תורה כדבעי למהוי, דארף זיך משתדל זיין אז זיינע קינדער און אייניקלעך און אויך קינדער פון אנדערע אידן, זאלן נתחנך ווערן בדרך התורה, און צו העלפן די מוסדות און די אלע וועלכע טוען אין דעם חנוך הכשר פון אידישע קינדער אינגעלאך אדער מיידעלאך אז זיי זאלן זיין גוטע פרומע אידן.

בברכת חג שמח ובפ"ש לחתנו ובתו יחיו בברכת מזל טוב.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ד
מזהה
rh-zf3vr28y

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit1024