English
ספרייה

אגרת א'נו

כ"א סיון, תשי"א ברוקלין · שי'

ב"ה, כ"א סיון, תשי"א ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מהו"ר מנחם מענדיל

שי'

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט צו הערן א גרוס פון אייך דורך הרה"ח הרה"ג הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ באמונה וכו' מוה"ר שלמה זלמן שי' העכט, און אויך צו באקומען פון אייך אייער ביישטייערונג לצדקה על דעתי;

איך האב עס פארטיילט ווי פאלגט, 3 פאסילקעס פאר כולל חב"ד אין ירושלים, 3 פאסילקעס פאר דער ישיבה תורת אמת אין ירושלים, און 3 פאסילקעס פאר דער ישיבה עולי רוסיא אין לוד, און די איבעריגע האב איך אריינגעגעבן אין דער קופה פון לשכת המרכז, פאר דער ארבעט וואס ווערט געטאן אין צפון אפריקא, פון וועלכעס איר האט געוויס געהערט פון הרה"ג העכט שי' וועגען דעם, און וועל אייך איבערגעבן בקיצור פון דעם:

צוויי וואכען פאר דער הסתלקות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האט ער מיט געזאגט, אז מען האט געדארפט אנהויבען א כשר'ע - חינוך ארבעט אין צפון אפריקא, וואו עס געפינען זיך א גרויסע כלל אידן - כן ירבו - און פרומע אידן, און וועלכע ווילן א פרומען חינוך פאר זייערע קינדער, נאר צוליב די גרויסע ארימקייט זייערע, האבן א גרויסער טייל פון זיי ניט די מעגליכקייט צו באווייזן דאס.

איינשטימיג מיט דעם וואונש פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, איז אין א קורצער צייט נאך זיין הסתלקות, געשיקט געווארן אין צפון אפריקא א ספעציעלער שליח צו באקענען זיך מיט דער לאגע אויפן ארט,

און היינט צו טאג, איז שוין באלד א יאר, ווי עס זיינען דארטן געעפענט געווארן א צאל ישיבות, ישיבות קטנות, תלמוד תורה'ס און חדרים פאר אינגעלאך און מיידעלאך, און תודה לא-ל אלעס גייט מיט גרויס הצלחה, די קינדער זיינען זייער צופרידן און לערנען און זיינען מצליח אין לערנען, דער איינציגער אפהאלט צו אויסברייטערן די חינוך ארבעט, ווי עס פאדערט זיך, איז דער חסרון פון געלט מיטלען, און דער ווייטאג איז נאך גרעסער דערמיט, וואס דער לעבענס מיטעל איז דארט ביליג, און א פאר דאלאר א מאנאט, איז גענוגענד צו אריינציען נאך א קינד אין כשר'ן חינוך, און מיט יעדער דאלאר אריינגעבראכט אין דער "לשכת המרכז" ווערט געגעבן די מעגליכקייט צו אויפשטעלן נאך א אידיש קינד צו פארשטארקען זיין צוגעבונדקייט צו תורה ומצות, און אז ער זאל שוין פארבלייבן א אמת'ר איד אויפן גאנצען לעבן.

מיך אינטערעסירט צו וויסן, צי האט איר א קביעות צו לערנען תורה, און אין וועלכע ספרים, און זיכער היט איר די תקנה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו זאגן דעם יום תהלים אלע טאג נאכן דאוונען, בלי נדר.

החותם בברכה לאריכות ימים ושנים טובות, ויוכל לעלות בתורה ומצות ובמצות הצדקה בפרט, ולשמוע ממנו בשורות טובות.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ד
מזהה
rh-jq0wckk2

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit1056