אגרת תתקע
יו"ד ניסן, ה'תשי"א ברוקלין · יעקב שי' הכהן
ב"ה, יו"ד ניסן, ה'תשי"א ברוקלין
הוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו' מהו"ר
מסתם וועט איר דא זיין אויף פסח אי"ה, ווען איך וועל האבן דעם פארגעניגערן מיט אייך דורכצושמועסן זיך בארוכה פערזענליך. איך האף, אז אייער פאמיליע שיחיו וועלן זיך גוט איינארדנען אויף פסח, און איך ווינש זיי א כשרן און פרייליכן יום-טוב.
עס וואונדערט מיר וואס די געלט פון מר זאקס שי' איז נאך ניט אנגעקומען. זיכער וועט איר אים מזרז זיין.
ווי איך האב אייך איבערגעגעבן טעלעפאניש, איז מיט עטליכע טעג צוריק געקומען פון יוראפ אונזער פארשטייער הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א וכו' וכו' מוהר"ר בנימין שי' גאראדעצקי. ער האט געבראכט אן אויספירליכן באריכט וועגן אונזער ארבעט אין יוראפ און בפרט אין צפון אפריקע, אז די ארבעט גייט אן-עין-הרע מיט אויסער געוויינליכער הצלחה, דאגעגן איז אבער צום באדויערן וואס דער פינאנציעלער מצב איז זייער געדריקט, בפרט אז דער דזשאינט האט פארקלענערט זיין סובסידיע פאר אונזער ארבעט.
דערפאר וויל איך ספעציעל וויסן, וואס עס איז געווארן מיט דער הלואה בא ידידנו מר יוסף שי' ראבינסאן, וואס זי איז פארבונדן מיט זיין השתתפות אין די הוצאות פון אונזער ארבעט אין אפריקע.
איך האף, אז ווען איר וועט אי"ה קומען וועט איר בריינגען בשורות טובות בהנוגע לפועל ממש.
בברכת חג כשר ושמח לו ולכב"ב שי'.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ד
- מזהה
- rh-tsdh4nrm
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit