English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת א'נא

ב"ה, ט"ו סיון, ה'תיש"א ברוקלין, נ.י.

צו די תלמידים מסיימים און זייערע עלטערן ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו אייער חג הסיום (גראדיואיישאן) באגריס איך אלע תלמידים מסיימים, וועלכע גייען אריבער אין העכערע כתות און מחלקות אין זייער וועג פון חינוך על טהרת הקדש.

עס הייבט זיך אן די זומער וואקיישאן, די טעג פון אפרו און ערפרישונג פון די כוחות, און פון אנזאמלונג פון נייע כוחות צום נייעם זמן הבא עלינו ועליכם לטובה.

איר דארפט וויסן, ליבע קינדער, אז וואקיישאן מיינט ניט א

הפסק - איבעררייסונג - פון לערנען און פון חינוך. א אידיש קינד טאר ניט זיין אן לערנען תורה און אן חינוך הכשר אפילו איין טאג, זומער אדער ווינטער, פארקערט: נעמענדיק אין אכט די פיל פרייע צייט וואס תלמידים האבן אין די לאנגע זומער טעג, דאפרט איר דאס אויסניצן אויף גרינטליכער איבערלערנען דאס וואס איר האט שוין געלערנט, און צוגרייטן זיך צו אייער ווייטערדיקן וועג, דעם דרך פון תורה ומצוות.

אזוי ארום וועט איר - צוזאמען מיט אנזאמלען פרישע קערפערליכע

כוחות - אנשעפן זיך אויך פרישע גייסטיקע כוחות, וואס ביידע צוזאמען, און בעיקר טאקע די גייסטיקע כוחות, מאכן דעם מענטשן א גאנצן און געזונטן.

און איר, אידישע עלטערן, וואס איר טראגט אלעמאל די אחריות פון עלטערן און מחנכים אין דער זעלבער צייט, דארפט געדיינקען, אז ספעציעל אין די זומער חדשים ליגט כמעט די גאנצע אחריות אויף אייך.

איך שיק אייך מיין ברכה, אז השם יתברך זאל אייך, ליבע קינדער, און אייערע עלטערן, ווי אויך אייערע מלמדים און מחנכים, שיחיו, געבן געזונט בגשמיות וברוחניות, מיט פיל נחת, אידישן נחת, מתוך מנוחת הגוף ומנוחת הנפש.

בברכה אף א געזונטען זומער - בגשמיות וברוחניות.

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ד
מזהה
rh-ng34gdvy

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit1051