אגרות קודש
אגרת א'צז
ב"ה, יום הגאולה, י"ג תמוז, ה'תיש"א
הוו"ח אי"א נו"נ בעל מדות טובות חובב
צדקה וכו' וכו' מהור"ל שי' ניומאן
עס איז זעלבסטפארשטענדליך, אז עס אינטערעסירט מיר זייער די לאגע פון יעדן איינעם פון אנ"ש שי', בפרט פון די וועלכע האבן אזויפיל דורכגעמאכט אין די לעצטע יארן און האבן אויס[ג]עוואנדערט צו זוכן א מקום מנוחה במרחקים. עס איטערעסירט מיר אויך, נאטירלעך, ווי אונזערע ברידער די ארטיקע תושבים רופן זיך אפ לטובת די נייאנגעקומענע.
דעריבער האט מיר געפרייט צו הערן פון הרה"ח וו"ח אי"א נו"מ וכו' וכו' מוהר"ר...
אז איר האט אים בשעתו ארויסגעהאלפן מיט א טובה, און איך וויל אייך טאקע בעטן, אז אויך להבא זאלט איר אים ארויסהעלפן מיט א טובה, לויט אייערע בעסטע מעגליכקייטן, וואס דורך דעם וואס מ'טוט יענעם א טובה טוט מען זיך נאך א גרעסערע טובה, בגשמיות וברוחניות.
כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט אונטערשטראכן, אז די "דריי אהבות" - אהבת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל - זיינען אפהענגיק איינע פון דער אנדערע, און אויסדריקנדיק במעשים בפועל יעדער איינער פון די אהבות, העלפט עס אויך די אנדערע, ביז סוף כל סוף ווערן זיי פאראייניקט אלע צוזאמען, וואס דאס איז די עבודה און מטרה פון אידן.
אין צוזאמענהאנג מיט דעם יום הגאולה פון מיין שווער דעם רבי'ן כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וואס איז אויסגעלייזט געווארן פון די סאוויעטישע הענט אין תרפ"ז, איז ארויסגעגעבן געווארן דער קונטרס יב-יג תמוז, וואס עס פרייט מיר אייך צו שיקן.
איך האף צו הערן פון אייך גוטע בשורות פון אייער ארבעט לטובת הכלל והפרט.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ד
- מזהה
- rh-h2rqzz2z
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit