RebbeHub
עב · EN
ספרייה

אגרות קודש, חלק ט

אגרת ב'תרצז

ב"ה, א' סיון, תשי"ד

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר יעקב

אליעזר שי'

שלום וברכה!

... איך בין געווען צופרידען צו באקומען די דיעה פריער פון די איינטיילנעמער און יעצט אויך פון אייער שרייבען אז איר לערנט א שיעור פאר א גרופע פרויען, און האפענטליך וועט איר זיך משתדל זיין צו פארגרעסערען די צאל צוהערער פון דעם שיעור און אויך אז א טייל פון די לימודים זאל זיין אין די ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט דינים ומנהגי ישראל אין דעם טאג טעגליכען לעבען, און עס איז דאך באוואוסט דער מאמר רז"ל לא המדרש עיקר אלא המעשה עיקר.

און צוגעפאסט צו דעם צושטאנד פון די צוהערער וואלט אפשר געווען ראטזאם געבען זיי די מעגליכקייט צו שטעלען פראגעס בכדי אויף אזא אופן צו פאראינטערעסירען זיי מער און צוציהען זיי מער צו דער גאנצער זאך והבא לטהר מסייעין בידו...

בברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות ובברכת מז"ט.

מוה"ר יעקב אליעזר: פרידריך, אנטווערפן.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר