English
ספרייה

אגרת ב'תשיט

ח' סיון, תשי"ד · ברוקלין.

ב"ה, ח' סיון, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

עס איז ערהאלטען געווארען אייער בריף פון /5;2amp& אין וועלכען איר שרייבט אין די ערטער וואו איר זייט געווען ביז יעצט און אז דאס האט מיטגעבראכט ניט צו היטען כו'.

עס איז דורכאויס נויטיג אז פון איצטער אן און ווייטער זאלען די דינים פון טהרת המשפחה אפגעהיט ווערען לויט דער פאדערונג פון תורתנו הק' וועלכע איז אויך א תורת חיים, וועלכע בריינגט אריין לעבען און פרייד בא אידען אין זייערע הייזער,

און לפחות אין א געוויסער מאס צו פאריכטען דאס וואס עס איז געווען ניט ווי עס באדארף צו זיין, זאלט איר אמווייניגסטען אמאל אין וואך געבען עטליכע פרוטות וועלכע זאלען פארנוצט ווערען אויף צו אויפהאלטען א מקוה אין איינע פון די שטעט בארצנו הק' תבנה ותכונן, און אויך צו איינווירקען אויף אנדערע פרויען אז זיי זאלען אפהיטען דעם הייליגען געבאט פון הקדוש ברוך הוא, פון אפהיטען טהרת המשפחה, וועלכעס בריינגט געזונט און הצלחה.

און השי"ת זאל אייך העלפען אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען דערמאנטע.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ט
מזהה
rh-e8ww2be1

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit2719