English
ספרייה

אגרת תשלד

ט"ז אלול, ה'שי"ת · הרה"ח וו"ח אי"א וכו'... שי'

ב"ה, ט"ז אלול, ה'שי"ת

הרה"ח וו"ח אי"א וכו'... שי'

שלום וברכה!

במענה על מכתבו בלי הוראת הזמן בו כותב כי זוגתו תחי' אמר לה הרופא שצריכה להיות איזה ימים בשפיטאל כדי לעשות חקירה ודרישה, וזוג' תחי' יראה וחרדה משפיטאל מפני חששות שונות (שאין להם יסוד),

הנה עליו להסביר לה באותיות המתאימות לפי מצב רוחה עתה אשר -

דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט און ער פירט די וועלט, סיי אין חצי הכדור התחתון וואו מיר געפינען זיך, סיי אין חצי הכדור העליון וואו... און איר געפינט זיך. והוא אמר ויהי, הוא ציוה ויעמוד, אז אלץ וואס עס טוט זיך אין דער וועלט טוט זיך ניט אן דעם אויבערשטן, און אלץ וואס דער אויבערשטער וויל טוט זיך. נאר דער אויבערשטער וויל, אז מ'זאל מאכן א כלי אין טבע, דאס הייסט, אז ענינים זאלן זיך אפטאן בדרך הטבע.

בשעת א איד, מאן אדער פרוי, פילט זיך עפעס ניט גוט און מ'דארף רופן א דאקטאר, איז דאס ניט דער פשט, אז דער דאקטאר וועט טאן ווי עס וועט זיך עם פארוועלן, נאר דער אינהאלט דערפון איז, אז השי"ת האט אויסגעקליבן דעם דאקטאר פאר זיין שליח אויסצופירן דורך עם די שליחות.

און אז מ'האט בטחון אין דעם אויבערשטן, אן ספיקות, אז ער פירט די וועלט, איז מען דאן זוכה אז מ'זעט דאס אויך מיט די פליישיקע אויגן, אויף יעדן טריט און שריט: ווי אזוי דער אויבערשטער האלט אונז יעדן איינעם פארן האנד און פירט אונז ווי עס איז פאר אונז בעסער, סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות.

במילא, אויב זי וועט גיין אין האספיטאל לויט די הוראות פון דאקטאר, בלייבט זי נאך אלץ אונטער דעם אויבערשטנס רשות. און דער אויבערשטער וועט זי היטן און זען, אז עס זאל גיין ווי עס איז בעסער פאר איר הן פאר בריאת הגוף און הן פאר בריאת הנפש.

זי דארף נאר זיין שטארק אין דער אמונה און בטחון, אז עס וועט זיכער מקויים ווערן דאס וואס דער רבי, הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט איר געבענטשט, בענטשט איצטער און וועט אויך ווייטער בענטשן זי זאל האבן א רפואה, און איר און זי זאלט קאנען אין גיכן אנזאגן בשורות טובות, אז זי פילט זיך געזונט.

מסתמא לעגט זי אריין לצדקה אין דער פושקע פון רבינו מאיר בעל הנס ערב שבת ויום-טוב פאר ליכט בענטשן, און איר זאגט געוויס דעם רבי'נס קאפיטל תהלים שהוא עתה קאפיטל ע"א לכל הפחות ביז יו"ד שבט ה'תשי"א. כמובן כל זה בלי נדר.

בברכת כתיבה וחתימה טובה, המחכה לבשורות טובות

מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ג
מזהה
rh-demdbsvk

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit734