אגרת תקנט*
כ"ו שבט, תש"י · הוו"ח אי"א נו"מ וכו'... שי'
מיר זיינען נאך ערשיטערט פון דער הסתלקות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ, און עס איז דעריבער נאך שווער צו שרייבן. אבער נעמענדיק אין אכט דעם רבי'נס, הכ"מ, רצון און הוראה, וואס איז אייך אויך זיכער באקאנט, אז ווען עס האנדלט זיך וועגן טאן א אידן א טובה דארף מען זיך ניט רעכענען מיט קיין זאך, שרייב איך אייך די פאלגנדע שורות...
ווי געזאגט, איז מיר שווער מאריך צו זיין. נאר נאך דעם איינדרוק וואס איר האט אויף מיר געמאכט ווען מיר האבן זיך געטראפן פערזענליך, בין איך זיכער, אז עס איז ניט נויטק מאריך צו זיין. בפרט, אז עס האנדלט זיך וועגן אן ענין פון אהבת ישראל, וואס איז געווען איינער פון די הויפט-זיילן פון דער הנהגה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, און עס איז ידוע די גרויסקייט פון קורת רוח וואס מען פארשאפט דעם צדיק ווען מען גייט אין זיינע וועגן.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ג
- מזהה
- rh-pqsjssdv
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit