אגרת ה'תרעה
כ"ד מנ"א, תשי"ז · הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה חיים אבא שי'
הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה חיים אבא שי'
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון עש"ק און דעם פריערדיקען, און ת"ל פאר דער גוטער בשורה, אז די גאנצע וואך איז שוין געווען א מנין אויך צו מנחה און מעריב, און זיכער וועט די הצלחה אין דעם צוגעבען מוט און ענערגיע אויף צו זעהען צו פארגרעסערען נאך מער די שול סיי ברוחניות און סיי בגשמיות סיי בכמות און סיי באיכות.
בהנוגע צו דער נוסח, חאטש עס איז שנואה המחלוקת, אבער עס וואונדערט די שאלה און ספר לויט ווי איר אליין שרייבט אז די מתפללים האבען אייך געזאגט אז דאס איז א ליובאוויטשער שול, איז דאך ניטא קיין ספק וועלכן נוסח מען זאל דאוונען.
אפשר איז דער גאנצער ספק ענשטאנען צוליב דעם וואס עס איז ניט פראן גענוג סידורים נוסח ליובאוויטש אין שול, איז אויב דאס איז אזוי איז עס דאך די שולד פון הנהלת בית הכנסת און ניט פון די מתפללים.
וזאת להעיר, אז עס באוואוסט דער פסק דין פון תשובות אחרונים אז א איש פרטי קען פאר זיך ענדערען פון נוסח אשכנז צו נוסח ספרד אבער ניט פארקערט, און אויך באוואוסט דאס וואס דער צמח צדק האט דערציילט אז זיין זיידע אדמו"ר רבנו הזקן איידער ער האט אפגעדרוקט זיין סידור האט ער דאס אויסגעקליבען דעם נוסח פון זעכציג פערשידענע סידורים, וואס פון דעם פארשטייט מען, אז דער נוסח איז סולת מנופה מכמה נוסחאות, וכידוע דער ענין פון שער התפלה וועלכער איז כולל אלע שערי תפלה, ווי געבראכט אין דער הקדמה לשער הכולל בסידור.
אייגענטליך איז דער ענין שייך צו דעם רב פון שול, און איך שרייב עם וועגען דעם, און אזוי ווי איר האט בארירט די פראגע אין אייער בריף, ענטפער איך אויך אייך, און זיכער וועט איר זיך באראטען מיטן רב שי' ויהי רצון שיקובלו כל התפלות בתוך תפלות כלל ישראל.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק טו
- מזהה
- rh-tyh9tpre
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit