אגרת ה'תשא
א' אלול, תשי"ז · ברוקלין.
נאך א איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ"ב מנ"א, און נאך מער צופרידענער צו לייענען אין עם, אז פילע פרטים זיינען איינגעשטעלט געווארען און איינגעארדענט געווארען און זיכער אז דאס אליין וועט נאך מער פארשטארקען די איבערצייגונג אז אויך די אנדערע פרטים, האבען ניט קיין ממש, און וואס ווייניגער מען טראכט וועגען זיי און וואס ווייניגער אכט מען לייגט אויף זיי, אלץ פריער גייען זיי פאראיבער, ווארום בכלל האבען זיי ניט קיין מציאות (האפטיקייט) און בפרט אז מיר געפינען זיך אין די טעג ווען מען זאגט צוויי מאל טעגליך, ה' אורי וישעי, ממי אירא, וואס דורכן שטארקען בטחון אין דער פולסטער מאס, אן קיינע דיסקוסיעס פלפולים און הסברים, נאר כפשוטו אז השם יתברך איז דער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט און אלע זאכען פון דער וועלט היינגט אפ פון עם, אז ער איז אורי וישעי, איז דאך ממי אירא, אז גארניט פראן וואס פון מורא צו האבען און וועגען וואס צו איבערטראכטען. און איך האף אז אויך לויטן פסק פון דער משנה, אז שלום איז כלי המחזיק ברכתו של הקב"ה און שלום בית איז איינע פון די העכסטע מעלות אין שלום גופא, איז אויך דער שלום בית בא אייך איז בסדר, ואין לך דבר העומד בפני הרצון.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק טו
- מזהה
- rh-xnfa65rk
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit