English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ז'תרצ

ב"ה, ח' תמוז, ה'תשכ"א

ברוקלין, נ. י.

תלמידי ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש

לחג הסיום,

מאנטרעאל

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער געלעגנהייט פון חג הסיום, שיק איך מיין ברכה צו אלעמען וועלכע נעמען אן אנטייל אין שמחה של תורה, ווארום זיכער פארשטייען אלע אז א סיום אין א ישיבה בכלל און אין דער ליובאוויטשער ישיבה בפרט איז איגנטלעך א התחלה פון א העכערע מדריגה אין תורה און מצוות, און דער אויבערשטער זאל געבן אז דאס זאל טאקע זיין אזוי בא די תלמידים מסיימים אין דער פולסטער מאס.

היי-יאר וועט דער חג הסיום זיכער שטיין אונטערן צייכן פון חג הגאולה יב-יג תמוז. דער ענין פון זכרון בא אידן - איז דער לימוד דערפון. די טעג פון יב-יג תמוז דערמאנען און לערנען יעדן איינעם פון אונז, אז מען טאר זיך ניט רעכענען מיט קיינע שוועריקייטן, אפילו גאר גרויסע, כדי מעגלעך צו מאכן דעם לימוד התורה, און לימוד - על מנת לעשות ולקיים, קיום המצוות בפועל. און אויב דאס איז אזוי אין העלפן אנדערע, איז דאס זיכער אזוי אין באצוג צו זיך אליין. און נאך א עיקר'דיגע נקודה אין דעם איז, אז אויב מען וויל מיט אן אמת און מיט א פעסטע החלטה, קען מען איבערקומען אלע שוועריקייטן. כאטש ווער קען זיך גלייכן צו די נשיאי ישראל, אבער יעדער איינער לויט זיין מעמד אין מצב האט די נויטיקע כוחות דערצו, בפרט אז די שוועריקייטן זיינען גאר ניט אין פארגלייך מיט די וועלכע האבן עקזיסטירט אין יענע טעג און אין יענער מדינה.

השם יתברך זאל אייך מצליח זיין צו שטייגן אין לימוד התורה ביראת שמים וקיום מצוותי' בהידור, בשמחה ובטוב לבב.

בברכה לבשו"ט בכהנ"ל

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק כ
מזהה
rh-b12fh3sx

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit7690