אגרת ז'תע
י"ט חשון, תשכ"א · מרת קעניא תחי'
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון אור ליום ג' ראשי פרקים פון דער ארבעט פון נשי חב"ד אין דעם עבר און אויך די סברות וועגען דער ארבעט בעתיד.
השם יתברך זאל העלפען עס זאל [זיין] בהצלחה און אין א אופן מוסיף והולך, גאר כפשוטו, צו ציען און אריינבריינגען וואס מער פרויען חבירות, און נעמענדיק אין אכט אז יעדער חבירה, איז דאס נאך א הויז און משפחה, איז דאך פארשטענדליך אז יעדע באמיהונג און אנשטריינגונג אין א אופן פון יגיעה, זיינען אויך ווערט, און נעמענדיק אין אכט אויך אז מ'קאן האפען אז די אנשטריינגונג וועט זיין פיל גרינגער, ווי מ'שטעלט זיך פאר.
און וויבאלד אז לויט ווי באוואוסט תורת הבעל שם טוב ז"ל אז אלץ איז בהשגחה פרטית, און אייער בריף איז אנגעקומען און ווערט אויך געענטפערט ערב כ' חשון, וואס כ' חשון איז דער יום הולדת פון כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב אביו של כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואס דער יאר ווערט הונדערט יאר, און ווי דער ענין ערקלערט זיך בתורת החסידות [אויף דעם אנהויב פון דער היינטיגער סדרה וואך, ויהיו חיי שרה מאה שנה וגו'] זאלען די הוראות פון בעל יום ההולדת לייכטען און צוגעבען ווארימקייט און ליכטיקייט אויך אין אייער אויבען געזאגטער ארבעט.
בברכה לבשו"ט בכל האמור ובעניני' הפרטים.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כ
- מזהה
- rh-ygs9771y
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit