English
ספרייה

אגרת ז'תקכא

כ"ז כסלו, תשכ"א · ברוקלין.

ב"ה, כ"ז כסלו, תשכ"א

ברוקלין.

שלום וברכה!

במענה למכתבו מיום השני, אין וועלכען איר שרייבט וועגען באקענען זיך מיט תורת חסידות חב"ד, און וואס ניט ווייניגער וויכטיג, אירע הדרכות והנהגות ביז צום טאג טעגליכען לעבען, וכפסק המשנה המעשה הוא העיקר.

ס'וואלט גוט געווען, צו באקענען זיך צוערשט מיט דעם אינהאלט פון די לקוטי דבורים - געזאמעלטע שיחות בא פערשידענע געלעגענהייטען - פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, פון וועלכע מ'קען ארויסהאבען בהנוגע צו חסידות און דעם לעבען פון חסידים ע"פ תורת והדרכת החסידות.

און אזוי ווי ס'איז ניט גלייך, דאס לייענען אין ספרים צום ריידן מינדליך (ווי דער אלטער רבי דריקט זיך אויס אין זיין הקדמה צו ספר התניא), וואלט גוט געווען איר זאלט זיך נעהנטער באקענען מיט די ליובאוויטשער יונגע לייט אין באסטאן, און שמועסן מיט זיי, וואס זיכער קענט איר אייניגע פון זיי, און דורך די קענט איר אויך באקאנט ווערען מיט די אנדערע.

ויהי רצון איר זאלט ערפילען אייער גוטע החלטה וועגען וועלכער איר שרייבט אין אייער בריף, און טאן דאס, אזוי ווי אלע ענינים פון יהדות תורה ומצות, מתוך שמחה וטוב לבב, וואס דאס דינט אויך אלס צינור וכלי צו די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס מ'נויטיגט זיך, אליין און די פאמיליע.

בברכה לבשו"ט אויך אין דעם וואס מיר האבען זיך צונויפגערעט אין אונזער שמועס ולחנוכה שמח.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק כ
מזהה
rh-r7amv0yg

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit7521