English
ספרייה

אגרת א'קמז

כ"ד מנ"א, תשי"א ברוקלין · הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מהו"ר חיים שי' שו"ב

ב"ה, כ"ד מנ"א, תשי"א ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מהו"ר חיים שי' שו"ב

שלום וברכה!

איך האב שוין געהאט איבערגעטראכט, וואס איך האב שוין לאנג פון אייך ניט געהערט, און דעריבער האט מיך זייער געפרייט צו האבן א גרוס פון אייך דורך הרה"ג והרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ מוה"ר מאיר שי' אשכנזי, אז ת"ל בא אייך איז אלעס שלום.

עס האט מיך אויך געפרייט צו הערן, אז איר האט באזוכט מר... שי', און איך רעכן אז ווען איר וועט אים באזוכן פו צייט צו צייט וועט איר ביסלעכווייז ווירקען אויף אים אז ער זאל ווערן נעהענטער צו אידישקייט, און איך רעכין אז אויב עס וועלן אויך געפונען ווערן די וועגען ווי צו העלפן אים אין גשמיות, וועט דאס במילא אויך העלפין אז ער וועט זיך מער צוהערען וואס מען וועט אים זאגען וועגען רוחניות.

מיך וואונדערט, וואס איר דערמאנט ניט וועגען חסידישע פארבריינגענעס, א קידוש, אדער א מלוה מלכה וועלכעס קומט פאר בא אייך אין שטאט, וואס זיכער ווען עס גפינען זיך איינער אדער צוויי וואס אינטערעסירן זיך וועגען דעם, איז סוף כל סוף, ציהען זיי צו א עולם צו דעם, און עס איז שווער צו משער זיין אין אנהויב, וואס אזעלכע פארבריינגענעס קאנען בריינגען צו מקרב זיין את לבם של ישראל לאביהם שבשמים.

איך האף, אז די פאר ווערטער וועט אים מעורר זיין צו ווירקען אויף אייערע באקאנטע, צו איינשטעלען אזעלכע התועדות'ן, און איין סך טרחה און יגיעה, פאדערט זיך ניט מן הסתם בא דעם, און איך בין זיכער אז דאס וועט בריינגען תוצאות טובות...

בברכה המחכה לבשו"ט.

מצו"פ הקבלות על שלוחם.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ד
מזהה
rh-gns3a5ap

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit1147