RebbeHub
עב · EN
ספרייה

אגרות קודש, חלק ד

אגרת תשעב

ב"ה, ו' תשרי, ה' תשי"א

הוו"ח אי"א נו"מ מו"ה משה זאב שי'

שלום וברכה!

זיכער געדיינקט איר אייער באזוך בא מיר, ווען איר האט מיר דערציילט וועגן געשעפט ווטס איר רעכנט אנצוהויבן נאך יום-כפור. וויל איך דא נעמען די געלעגנהייט צו ווינשן אייך א חתימה וגמר חתימה טובה, וואס דאס איז אויך כולל אז דער נייער געשעפט ווטס איר גייט מאכן זאל גיין בהצלחה בגשמיות, און וואס הצלחה בגשמיות איז האט כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ ערקלערט מיט א ווארט פון דעם אלטן רבי'ן: דער אויבערשטער גיט אידן גשמיות און אידן מאכן פון גשמיות רוחניות.

מסתם זאגט איר דאך תהלים, וואלט איך אייך מציע זיין, אז די נעקסטע דריי חדשים זאלט איר זאגן יעדן טאג דעם קאפיטל ע"א (71) פון תהלים, נוסף אף דעם שיעור תהלים וואס איר זאגט בלאו הכי, און איך האף אז דאס וועט זיין א כלי אף ברכה.

איך וואלט אויך מציע געווען, אז איר זאלט בעטן ידידנו הרה"ח וו"ח אי"א וכו' ר"ד שי' עדעלמאן צו מאכן א קביעות צו לערנען צוזאמען דעם רבי'נס תורה.

איך לאז גריסן אייערע ברידער שותפים שי'. איך האף איר וועט אנזאגן גוטע נייעס בכלל און בפרט.

בברכת חתימה וגמר חתימה טובה,

מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר