אגרת ג'קעב
ו' טבת, תשט"ו · ברוקלין.
...דאס וואס איר שרייבט אז איר - חס ושלום - [האט] קיין מזל ניט צו קיין זאך.
וואונדערט מיר ווי קענט איר דאס זאגען, אז [אין] אנהויב בריף הויבט איר אן מיט דעם אז השם יתברך האט אייך מיט אייער מאן געבענטשט מיט פיר קינדער שיחיו און געפינט זיך אין א רוהיגע לאנד, און חאטש פרנסה קומט אן שווערליך, דאך האדעוועט איר אייערע קינדער. און דערמאנענדיק זיך אויף די פארגאנגענע יארען, זעהט מען דאך אז דאס [איז] א אפענער נס, חאטש זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף בעטען בא השם יתברך צו ממלא זיין דאס וואס עס פעלט נאך, און אז מען פירט זיך אויף לויט דער פאדערונג פון דער תורה תורת חיים, הויבט השם יתברך צו דערפילען אויך דאס וואס עס פעלט נאך. און בפרט אין אייער פאל, דארף זיך דאס אויסדריקען אין דעם, צו מהדר זיין אין כשר עסען, היטען שבת, און לעבען בכלל לויט דער תורה פאדערונג, און השי"ת זאל אייך מזכה זיין צו אנזאגען גוטע בשורות, אין דאס אלעס אויבען דערמאנטע.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק י
- מזהה
- rh-qxx98k0e
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit