English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ג'רכא

ב"ה, כ"ד טבת, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!... איר פארענדיקט מיט א ענטשולדיגונג וואס צוליב פארשטענדליכע סיבות האט מיר געמוזט צונעמען אייערע קינדער פון ליובאוויטשער ישיבה, זעלבסט פארשטענדליך אז דאס איז ניט פארבונדען מיט קיין זאך פון מחילה דאס איז אייער פריוואטער ענין, אבער בא מיר איז דאס א ענין כללי ופרטי פון אהבת ישראל און א ענין של צער, די סיבות פארשטיי איך ניט און פארוואס איר האט געמוזט פארשטיי איך ניט, במילא בין איך בצער וואס ביז איצטער האבען אייערע קינדער זוכה געווען צו לערנען אין א מוסד וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט אין עם משקיע געווען כחות במסירת נפשו הק' און איז משפיע ברכה והצלחה צו די וואס זיינען זיך משתתף אין דעם, ועל אחת כמה וכמה צו די תלמידים, און ברכה ניט נאר ברוחניות נאר אויך בגשמיות, און איצטער האט מען בא די קינדער צוגענומען די מעגליכקייט, אבער איך וויל באטאנען אז דאס איז ניט חס ושלום קיין זאך פון קפידא, ועאכו"כ ניט קיין זאך פון ברוגז, נאר א ענין של צער מצד אהבת ישראל און בפרט ווען מען טוט דאס מיט קינדער וועלכע זיינען נאך ניט קיין בעלי בחירה אויף זיך...

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק י
מזהה
rh-pedg8xv4

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit3221