RebbeHub
עב · EN
ספרייה

אגרות קודש, חלק יג

אגרת ד'שפט

ב"ה, כ"ח אייר, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

... וואס איר שרייבט בנוגע דעם כח הזכרון, דארפמען זעהען ניט צו פארמאטערן עם, דאס הייסט, ווען מען קוקט איין אין א ספר אדער מען לערנט און מען פילט אז דער כח הזכרון ווערט פארמאטערט, דארף מען אומבייטען דעם לערנען אויף א אנדער ענין פון לערנען, פון משניות צו עין יעקב, פון גמרא צו משניות, און ענליכעס, אדער טאן א אנדער מצוה ענין אויף א ויילע, און דערנאך צוריק קומען צום לערנען, און דער לערנען זאל זיין אין דעם וואס לבו חפץ, אויך דארפמען וויסען אויף אויסווייניג לפחות עטליכע פרקים משניות, און זעהן צו אויס'חזר'ן דאס באופן ניט צו פארמאטערן דעם כח הזכרון אויב אפילו דאס וועט נעמען עטוואס ליינגער.

ולקראת חג השבועות הבע"ל, הנה כלשון הרב הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר יהי רצון שנזכה כולנו בתכ"י לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר