איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון עש"ק שופטים, מיט דער ידיעה אז איר האט מיט מזל גע'חתמ'ט דעם קאנטראקט מיט דער שול, און השם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און ווי עס איז באוואוסט דער ווארט פון כ"ק אדמו"ר הצמח צדק וועלכען מיר האבען געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז אמאל האט ער געזאגט צו א משמש בקדש בבית הכנסת, קרא לשמש ויזרח אור, קרא לשמש ויזרח אור, מאכען ליכטיג די שול.
און השי"ת זאל העלפען אז אויך איר זאלט אזוי טאן און עס זאל זיין בהצלחה, און דורך דעם וועט אויך צוקומען אין די ברכות פון השם יתברך בהמצטרך לו ולב"ב שיחיו.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub