RebbeHub
עב · EN
ספרייה

אגרות קודש, חלק יג

אגרת ד'תרט

ב"ה, ז' מנ"א, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רא"ש שי'

שלום וברכה!

באשטעטיגען די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ר"ח מנחם אב, און דאנק אייך פאר די ספרים וואס איר האט געשיקט, און אויך פאר אייער טרחה אין דעם.

איר דערמאנט אין אייער בריף וועגען הרב זאקהיים, וואלט מיר אינטערעסירט צו וויסען צי איז ער געווען א קרוב פון הרב בנימין זאקהיים וועלכער איז געווען רב אין יעקטערינאסלאוו (וואס עס איז געווען רב אויך מיין פאטער אאמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע).

איך האף אז איר האט זוין שוין געטראפען מיט אברכים השלוחים שליט"א פון דאנען, און וועלען האבען אויך א געלעגענהייט צו זיין בא אייך אין בית הכנסת ובית המדרש, חאטש זייער צייט איז זייער באגרעניצט, און האף צו הערען פון אייך גוטע בשורות אויך וועגען זיי, ויהי רצון אז זייער שליחות וועלכעס איז בעיקר געמיינט פאר הרמת קרן אנ"ש והרמת קרן חב"ד זאל זיין בהצלחה, ובימיהם ובימינו יהפכו ימים אלו לששון ולשמחה, און לויט ווי די גמרא דערציילט (מגילה כט, א) וועלען אלע בתי כנסיות ובתי מדרשות וועלכע ווערען אנגערופען מקדש מעט, איבערגעפלאנצט ווערען אין ארץ הקדושה און צו זוכה זיין צום מקדש השלישי במהרה בימינו.

בייגעלייגט איז דא א קונטרס וועלכער איז ערשינען די טעג, און זיכער וועט איר מיט עם מזכה זיין את הרבים וזכות הרבים תלוי בו.

בברכה.

לע"ע נתקבלו הספרים: כתם פרחי' - ב"ח. פרדס פתחי'. דעת רש"י.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר