RebbeHub
עב · EN
ספרייה

אגרות קודש, חלק יג

אגרת ד'תכח

ב"ה, יו"ד סיון, תשט"ז

ברוקלין.

מרת חי' תחי'

ברכה ושלום!

... בנוגע אייער שרייבען וועגען דער ארבעט צווישען פרויען. - איז זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף ארבעטין אין ביידע קרייזען - צווישען די וועלכע ווייסין כמעט גארניט פון אידישקייט און אויך צווישען די וועלכע ווייסין אבער ניט אין א גענוגענדער מאס, פארשטענדליך איז, אז די ארבעט איז ניט די זעלבע אין ביידע קרייזען, און אין פארלויף פון דעם טרעפען זיך מיט די פרויען אליין, ווערט קלאהרער מער דער צוגאנג וועלכען מען דארף נוצען צו זיי.

אויף אייניגע פון די פראגען וואס מען האט אייך געפרעגט, לויט ווי איך לייען אין אייער בריף, האט איר געגעבען דעם ריכטיגען ענטפער, און דעריבער האף איך אז אויך אויף להבא וועט דאס גיין מיט הצלחה, אבער בכלל דארף זיין דער סדר, און ווי עס פירט זיך אין פערשידענע קרייזען, אז אויף די פראגען וועלכע ווערען געשטעלט בא איין צוזאמענטרעפונג, ווערען די ענטפערס געגעבען בא דער צווייטער צוזאמענטרעפונג, וואס דורך דעם ווערט געגעבען א געלעגענהייט צו פארטיפען זיך אין די פראגען און אין אלעס וואס מיט דעם איז פארבונדען.

בייגעלייגט איז דא א אבשריפט פון מיין מכתב כללי צו דער קאנווענשאן פון נשי ובנות חב"ד דא, וועלכעס איר וועט קענען נוצען דעם אינהאלט זיינעם פאר אייער ארבעט.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

מרת חי' תחי': שגלוב, לונדון.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר