English
ספרייה

אגרת ד'תתסד

כ"ד מ"ח, תשי"ז · שי'

ב"ה, כ"ד מ"ח, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה יהודא ליב

שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה פון צווישען די באריכטען פון דער ישיבה אחי תמימים ליובאוויטש אשר בפיטסבורג, אז עס ווערט צוגעגרייט א דינער פון וועלכעס די הכנסה גייט פאר דער ישיבה און וועלכעס ווערט געגעבען אין אייער כבוד.

עס איז באוואוסט די הוראה פון תורתנו תורת חיים, אז עס איז א מצוה צו מפרסם זיין עושי מצוה, און בפרט אז די עושי מצוה איז זייער פעולה אין דעם געביט פון חינוך על טהרת הקדש, תורה חינוך, וואס דאס איז איינע פן די עמודים אויף וועלכע דער בית ישראל האלט זיך אן, און בפרט אין אונזער צייט חשך כפול ומכופל פון דעם גלות, איז דאס לעבענס וויכטיג, אז דער חינוך פון אידישע קינדער זאל זיין אין גייסט פון תורה תמימה ביראת שמים טהורה בחום חסידותי ואור.

ואשרי חלקם פון די אלע וועלכע טוען אין דעם, צו באקומען צוגאב ברכות פון דעם נותן התורה אין דעם וואס זיי מיט זייערע בני בית נויטיגען זיך.

און איך האף אז אחינו בני ישראל אין פיטסבורג, וועלכע קענען אייך מערערע יארען, וועלען אפשאצען די וויכטיקייט פון דאס אויבען געזאגטע און וועלען זיך באטייליגען אין עם דינער, און אויך בעאיינפלוסען זייערע פריינד צו איינטיילנעמען אין דעם, און ווי געזאגט וועט איר האבען א חלק אויך אין זייער חלק.

מי שרייבט מיר ניט קיינע פרטים וועגען אייערע פריוואטע ענינים, האף איך אז דאס איז א סימן אז עס איז בסדר ובשלום, און השם יתברך זאל אייך מזכה זיין צו אנזאגען גוטע בשורות אויך אין דעם.

בברכה להצלחה בכל האמור.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-fbp7qxcp

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit4864