אגרת ד'תתצג
ג' כסלו, תשי"ז · ה' עליהן תחיינה
נאך א איבעררייס, בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון... וועגען די ערשטע פארגעקומענע אסיפות.
און השם יתברך זאל העלפען אז עס זאל באנייט ווערען די ארבעט מיט דער גרעסטער ענערגיע אין אלע אפטיילונגען, און עס זאל אויך פארגרעסערט ווערען די צאל פון די חבירות אין דער גרעסט מעגליכער מאס.
און ווען מען וועט טאן אין דעם מיט דער געהעריגער ענערגיע און קירוב הלבבות אלע צוזאמען, וועט דער בורא עולם ומנהיגו זיין צוהילף אז עס זאל זיין בהצלחה.
און בפרט אז מיר זיינען איצטער אריינגעקומען אין דעם חדש כסלו, דער חדש הגאולה והנסים.
געוויס ווערט געטאן ווי עס פאדערט זיך אין דער פאסיגער צוגרייטונג צו פייערען די ימי המועדים י"ט כסלו וחנוכה הבע"ל, און אויך אין דעם זאל דער אויבערשטער געבען גרויס הצלחה.
מיט א ברכה צו גוטע בשורות - אין דאס אלעס אויבענגעשריבענע, און אויך אין די פרטיות'דיגע ענינים פון יעדער חברה מיט די בני בית - שיחיו.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יד
- מזהה
- rh-fz6mzrev
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit