אגרת ה'פג
כ"ח טבת, תשי"ז · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ הרא"ש שי'
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ הרא"ש שי'
נאכן לאנגען איבערייס, בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון י"ט טבת מיט דאס בייגעלייגטע, ות"ח פארן שרייבען פון דער התועדות פון י"ט כסלו יום גאולתנו ופדות נפשנו און זיכער וועט מען טאן ווי געהעריג צו פארווירקליכען די החלטות און בכלל אז עס זאל זיך אנזעהען א פעולה פון דער התעוררות פון ראש השנה לחסידות במשך פון דעם גאנצען יאר, ווי באוואוסט דער לשון פון כ"ק רבנו נשיאנו אויף י"ט כסלו, לשנה טובה בלימוד החסידות ודרכי החסידות תכתבו ותחתמו.
און אויב בכלל איז דאס אזוי על אחת כמה וכמה בנוגע צו החלטות און התעוררות וואס ווערען אנגענומען בא א התועדות פון כמה פעמים עשרה שנקראים עדה קדושה ובמקום קדוש שנמצא בארץ הקדושה, ומובן ופשוט אז די אלע וועלכע זיינען זיך משתדל אין דעם טוען דערנאך אין דער פארווירקליכונג פון די החלטות נוטלים חלק בראש בהמצטרך להם בכלל וואס אין דעם איז אויך זייער עסקנות לטובת הרבים וואס פון דעם קומט דער מוסיף והולך והולך ומוסיף וילכו מחיל אל חיל.
דאס אויבען דערמאנטע שטארקט אויך מיין בטחון אז זיכער מאכט איר די נויטיגע הכנות צו דעם יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר יו"ד שבט הבע"ל, או בפרט אז דעם יאר פאלט דאס אויס בשבת קדש, דער שבת פון קריעת ים סוף וועלכעס האט צוגעבראכט צו דער שירה לד' כי גאה גאה און וועלכע ענטהאלט אויך דעם ענין פון הקיצו ורננו שוכני עפר והוא בתוכם לויט דרשת רז"ל אויף דעם פסוק אז ישיר משה, וועלכעס ווערט געבראכט אין פירוש רש"י אויפן ארט, און עס איז דאך באוואוסט אז א אמת'ר מנהיג בני ישראל ורעיא מהימנא שלהם ווערט אנגערופן מיטן נאמען משה, כי אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא.
בברכה לבשו"ט בכל האמור ובפ"ש כל המתועדים בהנ"ל וכל אלו שיתועדו ביום ההילולא יו"ד שבט הבע"ל ועל כל ישראל לטובה.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יד
- מזהה
- rh-am02pswb
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit