אגרת ה'קצח
י"א אד"ר, תשי"ז · מרת מרים תחי'
אין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"ז [שבט], אין וועלכען איר שרייבט אז ליידער קומען נאר א טייל פון די חברות צום לערנען אין דער גרופע וועלכע איר פירט אן.
איינע פון די עצות צו פארריכטען דאס, איז דורך אריינציעהן די חבירות אין דער ארבטע, ד. ה. ניט נאר אז זיי זאלען קומען הערען, נאר אויך אז זיי זאלען זיך באטייליגען אין דער ארבעט, זעלבסט דורך דעם וואס עס זאל זיין דיסקוסיעס, פראגעס און ענטפערס, און פון צייט צו צייט זאל יעדע פון די חבירות געבען א ערקלערנוג און אפשאצונג אין די ענינים וואס מען לערנט דורך א צוגרייטונג צו דעם פון פריער, אריינציהען זיי מער אין דער ארבעט קען אויך זיין דורך ארויסגעבען א ביולעטין וואו יעדערע זאל נעמען א פאסענדען איינטייל.
זיכער האט איר אויך לימודים פאר זיך אליין אלס זוגאב צו דעם וואס איר לערנט פאר דער גרופע, און אויך דאס וואלט געווען גלייך אז עס זאל זיין אין א חברותא פון אייניגע פרויען.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יד
- מזהה
- rh-06xr9a63
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit