English
ספרייה

אגרת ה'רסב

י' אד"ש, תשי"ז · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'

ב"ה, י' אד"ש, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון מוצש"ק ויקרא, ד. ה. געשריבען געווארען אין דעם חדש אדר שני, וואס דעם גאנצען חדש איז מען מרבין בשמחה און עס איז עטליכע טעג פאר פורים וואס דענסטמאל איז דאך די שמחה עד דלא ידע, איז ניט קוקענדיג אויף דעם אלעס, איז ליידער דער אינהאלט און דער עיקר די שטימונג פון אייער בריף, ניט פורים'דיק, און אפילו ניט שמחה'דיק, און נאך אלע סברות און טעמים וואס איר שרייבט אין אייער בריף, בלייבט נאך אלץ דער ציווי השי"ת, וועלכער איז ניט נאר דער בורא עולם נאר אויך דער אנפירער פון דער וועלט, עבדו ה' בשמחה, וואס זיכער ווייסט השי"ת פון אלע פרטים און דאך זאגט ער אן, מען זאל זיין בשמחה.

וואס פון דעם ווייסן מיר דריי זאכען: א) וויבאלד אז הקב"ה פאדערט דאס, איז דאס זיכער אין דער קראפט און מעגליכקייט פון דעם מענשן, ווארום עס איז דאך אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו וכשהוא מבקש אין מבקש אלא לפי כחן, ב) אפילו אין אזא מצב, איז פראן פון וואס צו זיין בשמחה, מען דארף נאר ניט וועלען פארמאכען די אויגען ניט צו זעהען דאס. ג) לויט ווי עס איז ערקלערט אין פילע ערטער און פון זיי אין תניא פרק כ"ו, איז אדרבה, אז מען וויל אויספירען און מנצח זיין די מלחמה און ווער רעט נאך א שווערע מלחמה, מוז מען זיין דוקא בשמחה ופתיחת הלב וטהרתו מכל נדנוד דאגה ועצב בעולם, ווי ערקלערט דארט אין תניא בארוכה,

און עס איז אויך באוואוסט דער ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז א סאלדאט גייענדיק צום פראנט, זינגט א מארש פון נצחון ושמחה, חאטש דאס איז נאך איידער מען איז פאקטיש אריין אין דער מלחמה, און דער צוגאנג מיט דעם שטארקען בטחון אין דעם נצחון ושמחה, איז דאס אליין פארשטארקט און פארשנעלערט דעם נצחון פון דער מלחמה.

ויהי רצון אז אפילו די שוועריקייטען וועגען וועלכע איר שרייבט אין אייער בריף זאלען אויך נהפך ווערען אויף צוהעלפען אין דער הצלחה פון דער הצלחה פון דער זאך, וכמה שכתוב אויף דעם גאנצען חדש, והחדש - ד. ה. אלע טעג פון חדש, און בפרט פורים - אשר נהפך וגו' לשמחה וגו' ליום טוב.

בברכת פורים שמח ולבשורות טובות.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-qq5k7cxk

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit5262