אגרת ה'נח
כ"א טבת, ה'תשי"ז · ברוקלין, נ. י.
אין פארבינדונג מיט דעם יום ההילולא - יארצייט פון הסתלקות כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, יו"ד שבט, הבע"ל.
וויל איך אויפמערקזאם מאכען די סניפים פון אגודת נשי ובנות חב"ד בכלל און יעדע איינע פון די חבירות בפרט, אויף א פאסענדער צוגרייטונג צום יום ההילולא,
וועלכע עס זאל זיך אויסדריקען לויט דעם ווילען פון בעל ההילולא, אין א פארשטארקטע און פארברייטערטע ארבעט אין די רייהען פון נשי ובנות חב"ד בפרט און נשי ישראל בכלל, אן ארבעט אין ענינים פון מצות ויראת שמים,
וואס דאס איז דער גרעסטער קורת רוח און פארגעניגען וועלכע מען קען פארשאפען דער נשמה פון בעל ההילולא,
און ווי ער אליין האט דאס זיינער צייט געשריבען - (נאך דער הסתלקות פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מהורש"ב - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע), אז רועי ישראל לא יפרדו מעל צאן מרעיתם (אידישע פירער און גייסטיגע בעשפייזער, שיידען זיך קיינמאל - אפילו נאך זייער הסתלקות - פון די פון זיי געפירטע און געשפייזטע שאף).
אין צוזאמענהאנג דערמיט וואס דעם יאהר קומט אויס דער הילולא טאג, שבת שירה פרשת בשלח - איז דא בייגעלייגט א שיחה (שמועס) ערציילונג פון בעל ההילולא, אין דעם.
און איך האף, אז מען וועט געפינען די פאסענדע ערקלערונגען און ווערטער אויף קלאר מאכען פאר אלע פארזאמעלטע דעם מיין (כוונה) פון דעם שמועס,
וואס אויך דאס וועט געוויס בייהעלפען צו דער פארשטארקונג און פארגרעסערונג פון אייער ארבעט אין אלע הינזיכטען, און השי"ת זאל העלפען עס זאל זיין בהצלחה.
מיט א וואונטש צו גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען געזאגטע, און אויך אין אייערע פערזענלעכע ענינים הן ובני ביתן שיחיו.
נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 228 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יד
- מזהה
- rh-7j8as6h4
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit