אגרות קודש
אגרת ח'תצא
אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ג' שהוכפל בו כי טוב.
בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג צום גוטען.
אין געוויס איז איבעריג צו אונטערשטרייכען, אז א צוגאב אין ענינים פון תורה ומצות, בריינגט א צוגאב אין די ברכות פון השם יתברך, און ווי גוט מ'זאל ניט זיין אין דעם, קען מען דאך שטענדיג נאך צוגעבען.
צו אייער שרייבען וועגען אדאפטירען א (אידיש) קינד, איז דאס אין זייער זעלטענע פאלען, וואס מ'ווייס דייטליך אז די עלטערן זיינען געווען אפגעהיט אין תורה ומצות, מערסטענס איז מען ניט זכיער אין דעם, איז דענסטמאל מער מעלה - געוואנשען - ווען די מוטער איז ניט קיין אידישע, וואס דורך מגייר זיין דעם קינד ווערען באזייטיגט אלע ספיקות און פראבלעמען.
נ. ב. געוויס היט איר אפ דעם גוטען מנהג פון אידישע טעכטער צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כב
- מזהה
- rh-s1n7c48t
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit