אגרת ח'תקפח
י"א שבט, ה'תשכ"ג · ישיבות "תומכי תמימים"
צום יערלעכן באנקעט פון דער ליידיס אקזילערי פון
בראנזוויל און איסט ניו-יארק פאר די ליובאוויטשער
עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דעם יערלעכן באנקעט, כ"ג בשבט, און איך ווינטש אלע אקטיווע מיטהעלפער און אנטייל נעמער תי' פיל דערפאלג אין דער אונטערנעמונג אין אלע הינזיכטן.
מיר קומען ערשט פון דעם 13'טן יארצייט-הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וואס האט איבערגעפלאנצט די ליובאוויטשער ישיבות אין דעם לאנד מיט 23 יאר צוריק. די ליובאוויטשער ישיבות האבן ב"ה מצליח געווען, און די ליידיס אקזילערי האט א גאר באדייטנדעם חלק אין דעם.
היינטיקס יאר, ווען עס איז געווארן 150 יאר זינט דער הסתלקות פון אלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן-ערוך און גרינדער פון חב"ד, איז ספעציעל א סגולה-יאר פאר אלע שטיצער און אנטיילנעמער אין די הייליקע מוסדות וועלכע ווערן אנגעפירט אין זיין גייסט און לויט זיינע אנווייזונגען. דער ערשטער ספר וואס דער אלטער רבי האט געדרוקט איז געווען הלכות תלמוד-תורה, אונטערשטרייכנדיק דערמיט, אז די ערשטע פליכט פון א אידן איז צו לערנען תורה, שטיצן תורה און פירן דעם טאג-טעגלעכן לעבן על פי תורה, וואס די תורה הק' ווערט אנגערופן תורת-אמת און תורת-חיים, ווייל זי גיט דעם אמת'ן אינהאלט אין אידישן לעבן או דעם אמת'ן גליק, סיי מאטעריעל און סיי גייסטיג.
השם יתברך זאל געבן איר זאלט אלע פארזעצן אייער גוטע ארבעט אין א פארגרעסערטער מאס; לויט ווי עס פאדערט זיך, אז אלע זאכן פון קדושה און גוטעס זאלן וואסקן און פארשפרייטן זיך, און דער זכות פון דער מצוה זאל אייך און אייערע בני-בית, שיחיו, ברענגען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין א שטייגנדער מאס, אין אלעס אין וואס מען נויטיגט זיך, מאטעריעל און גייסטיג.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כב
- מזהה
- rh-41g82wsq
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit