אגרות קודש
אגרת ח'תרלו
צו די באטייליגטע אין דעם יערלעכן לאנטשאן פון דעם נ. י.
קאמיטע פאר דעם סמינאר למורות ובית ספר מקצועי
לבנות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו
קומענדיג פון דעם יום-טוב שבועות, זמן מתן תורתנו, וועט יעדע פון די באטייליגטע זיכער געדיינקען דעם גרויסן זכות פון די אידישע פרויען, וואס זייער צושטימונג האט זיך געפאדערט נאך פאר דער צושטימונג פון די מענער, כדי מקבל צו זיין די תורה ביים בארג סיני.
דער דאזיגער זכות, זעלבסטפארשטענדלעך, לעגט ארויף א ספעציעלע אחריות אויף אידישע פרויען צו טאן אלץ וואס עס הענגט אפ פון זיי צו פארשטארקען און פארשפרייטען תורה און מצוות, ניט נאר בא זיך אין דער היים, נאר אויך אויסערהאלב דער היים; און צו אלעם ערשטן - צו פארשטארקן דעם חינוך על טהרת הקדש, וואס דאס איז דער יסוד פון קיום התורה והמצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן.
די ארבעט פון אייער קאמיטע איז דירעקט פארבונדן מיט דער אויבנדערמאנטער אחריות און זכות. איך וויל האפן, אז איר וועט זיך איבערגעבן צו דער ארבעט מיט א שטייגענדער צוגעבונדענקייט, סיי אליין, סיי אריינציענדיג נייע פריינט און שטיצער, און דאס וועט געטאן ווערן מיט שמחה און באגייסטערונג.
השם יתברך זאל אייך מצליח זיין אין דער הייליגער ארבעט, וואס איז אויך א צנור וכלי צו געניסן דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כב
- מזהה
- rh-xnv16vj0
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit