אגרות קודש
אגרת ט'תק
ב"ה, ערב ראש חודש סיון, ה'תשכ"ח
דערמיט באַשטעטיג איך די ערהאַלטונג פון נדבת לבם הט', דעם טשעק וואָס איר האָט באַקומען אין צוזאַמענהאַנג מיט דער פּאַסירונג ניט איצט געדאַכט מיט אייער טאָכטער . . תחי'.
עס איז איבעריג צו אונטערשטרייכן דעם זכות פון דער צדקה, אָבער ס'איז כדאי צו באַמערקן די צייטיקייט דערפון אין די איצטיגע טעג פאַר קבלת התורה, וואָס האָט אַ ספּעציעלע באַדייטונג פאַר קינדער זאָלן געזונד זיין. וואָרום, כידוע, איידער דער אויבערשטער האָט געגעבן די תורה הק' צום גאַנצן פאָלק ישראל האָט ער געפאָדערט אַ גאַראַנטיע אַז מ'וועט די תורה און מצוות היטן און טייער האַלטן אויף אייביג, און די איינציגע גאַראַנטיע וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגענומען איז געווען "בנינו ערבים בעדינו".
זאָל דער אויבערשטער העלפן אַז איר זאָלט האָבן אַ סך אידישע חסידישע נחת פון אַלע אייערע קינדער שיחיו, אין גוטן געזונד ומתוך הרחבה בגשמיות וברוחניות.
מיט דער ברכה צו קבלת התורה בשמחה ובטוב לבב.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כה
- מזהה
- rh-czhpc0f3
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit