English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ט'תב

ב"ה, ב' כסלו, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

מר מנחם מענדל שי' ומרת אסתר רחל תחי'

אייער צדקה ביישטייערונג איז ערהאַלטן געוואָרן, און זיכער איז עס געגעבן געוואָרן בשמחה ובטוב לבב, וואָס דאָס פאַרגרעסערט נאָך די מצוה.

עס איז זיכער איבעריג צו אונטערשרייכן די גרויסקייט פון צדקה בכלל, און בפרט אַ צדקה וואָס איז פאַרבונדן מיט גמילות חסדים און טיילווייז אויך מיט חינוך בנות ישראל וואָס מיט דער צייט וועט יעדע איינע פון די תלמידות זיין די עקרת-הבית פון אַ אידישע היים און אַ אידישע משפחה, און טיילווייז אויך מיט מבצע תפילין וואָס, ווי די גמרא דערציילט, ווען אַ איד טוט אָן תפילין "שפּיגלט" עס זיך אָפּ אין די תפילין פון הקדוש ברוך הוא, וואו די פרשיות ריידן בשבחן של ישראל און דערמיט ווערט אַראָפּגעבראַכט ספּעציעלע ברכות און סגולות פאַר אידן.

דער אויבערשטער זאָל אייך באַגליקן איר זאָלט אויך ווייטער קענען טאָן אין עניני תורה ומצוות בכלל, און אין צדקה בפרט, לאורך ימים ושנים טובות בשמחה ובבריאות.

בברכה בכל המצטרך בגשמיות וברוחניות.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-hgx61qn8

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit9402