אגרות קודש
אגרת ט'תסה
לכבוד מר אברהם גד שי' מאחעראווסקי
דערמיט באַשטעטיג איך די ערהאַלטונג פון אייער [בריוו] פון ח' אדר, מיט דאָס בייגעלעגטע.
דער זכות פון צדקה, פאַר וועלכע [אַ] קבלה איז בייגעלעגט, זאָל אייך און אַלע אייערע ביישטיין, געבענטשט צו ווערן אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.
שטייענדיג פאַר די טעג פון פורים, זאָל דער אויבערשטער געבן, אַז פּונקט ווי עס איז געווען "בימים ההם", אַזוי זאָל זיין "בזמן הזה" – ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, אין דער געוויינלעכער באַדייטונג פון די ווערטער, ווי אויך לויט זייער אינערלעכן אינהאַלט, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה האָ[בן] דערקלערט "אורה (ליכטיקייט) – דאָס מיינט תורה", וכולי.
און פון איין גאולה צו אַ צווייטער גאולה – מיר זאָלן אַלע בתוך כלל ישראל זוכה זיין צו דער גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו בקרוב ממש.
איך ווינטש אייך און אַלע אייערע שיחיו אַ פריילעכן פורים און אַ גוטן תמיד.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כה
- מזהה
- rh-nmheg07t
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit