אגרות קודש
אגרת ט'תיח
אייער בריוו פון יום ה' פ' ויצא האָב איך ערהאַלטן.
ווי מיר האָבן גערעדט ווען איר האָט באַזוכט דאָ, איז מיין פעסטע מיינונג, אַז דער באַשלוס וועגן די סדרי לימודים פון אייער זון שי', און אין אַלע פרטים אין דעם, הענגט אָפּ פון אייער זון און זיין החלטה. און ווי איך האָב אייך דעמאָלט געזאָגט, איז דאָס ניט נאָר פאַר זיין טובה, נאָר אויך פאַר דער טובה פון אַלע זיינע נאָענטע. און בכלל איז ער שוין אין די יאָרן ווען עס האָט גאָר קיין אָרט צו געבן אים באַפעלן (אין דעם).
דער אויבערשטער וואָס איז משגיח אויף יעדן איינעם בהשגחה פרטית זאָל אייך בענטשן מיט וואָס איר נויטיגט זיך, און אין דעם וואָס איז ספּעציעל אינערלעך וויכטיג – צו האָבן אמת'ע אידישע נחת פון אייער זון שי' און דאָס אַלעס אין א שטייגענדער מאָס, אין גייסט פון די חנוכה-ליכט וועלכע מיר צינדן אָן מיט אַ ליכטעלע מער יעדן טאָג.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כה
- מזהה
- rh-swqfy83x
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit